משתמש:האיש והאגדה/קישורים שלי

מתוך ויקיפדיה, האנציקלופדיה החופשית

כללי[עריכת קוד מקור | עריכה]

קישורי וידיאו[עריכת קוד מקור | עריכה]

יידיש[עריכת קוד מקור | עריכה]

היסטאריע פון דרום אפריקע[עריכת קוד מקור | עריכה]

>היסטוריה של דרום אפריקה

די ערשטע באווייזן אויף דעם לעבן פון מענטשן אין דרום אפריקע, זענען נאך דא פון די פערהיסטאריע, און זענען מעיד אז מענטשן האבן געלעבט דארטן במשך מיליאנען יארן. לויט די באווייזן זענען די ערשטע איינוואינערס אין דעם געגנט וואס איז היינט באקאנט אלס דרום אפריקע געווען הומינאידן וואס האבן אויסגעקוקט אזוי ווי מאלפעס, און האבן געוואנדערט צו דרום אפריקע פאר 3 מיליאן יאר צוריק.

די געשריבענע היסטאריע פון דעם געגנט האט זיך אנגעהויבן ווען די ערשטע אייראפעאישע, וואס זענען געפארן אין די וועלט אנטפלעקן נייע לענדער, זענען אנגעקומען דארטן. כאטש די פארטוגעזער זענען געווען די ערשטע אייראפעער וואס האבן אנטפלעקט דרום אפריקע, האבן זיי זיך אבער נישט באזעצט דארט, און אנשטאט דעם האבן די האלענדער אויפגעשטעלט א סטאנציע צו באזארגן די באדערפענישן פון די וואס קומען דארטן אן, אין די לעפל פון גוטע האפענונג. די סטאנציע האט זיך שנעל ענטוויקלט אלס די קאלאניע פון לעפל. בריטאניע האט איינגענומען די וואינונג ארט פון לעפל פון די האלענדער אין די ענדע פון דעם אכצנסטן יאר-הונדערט, און עס איז געווארן א בריטישע קאלאניע. פילע האלענדער האבן געוואנדערט צו דעם געגנט "הייפעלד" (Highveld), כדי דארטן אויפשטעלן זייערע קאלאניעס, און זיי האבן אויפגעשטעלט אייגענע רעפובליקס. די האלענדער וואס זענען שוין דעמאלטס באוואסט געווען אלס אפריקאנס האבן צוויי מאל מלחמה געהאלטן מיט די בריטען אין די בוריש קריגן, וואס האט זיך געענדיגט מיט בריטאניע'ס געוואנען.

די קאלאניע פון לעפל און די צוויי אפריקאנס רעפובליקס האבן זיך געאייניגט אין 1910 אלס "פאראייניגונג פון דרום אפריקע". די שווארצע זענען נישט געלאזט געווארן זיך באטייליגן אין די וואלן אין די אפריקאנס רעפובליקס, און די רעכטן פון די שווארצע האבן ממשיך געווען צו פאלן אין די פאראייניגונג. די נאציאנאלע פארטיי איז געווארן אויסגעקליבן צו פירן די רעגירונג אין 1948, ווען זיי האבן פארזיכערט צו פארשטארקן דעם אפערטהייד. דער אפערטהייד האט זיך שטארק איינגעווארצלט אין די דרום אפריקאנער געזעלשאפט, כאטש די קעגנערשאפט וואס איז געווען א לאנגע צייט. דרום אפריקע איז געווארן א רעפובליק אין 1961. דער נאציאנאלער קאנגרעס פון אפריקע איז געווען די מערסטע טעטיג קעגן דעם אפערטהייד, און נאך א צוויי צענדליג יארן פון אונטערדריקן און פינאנציעלע פראבלעמען, איז דער אפערטהייד אפגעשאפן געווארן אין 1992, דורכן פרעזידענט פ. וו. קלארק. די ערשטע וואלן וואס אלע נאציאנען האבן געקענט א טייל נעמען, איז פארגעקומען אין 1994, און אין די וואלן איז אויסגעקליבן געווארן נעלסאן מענדעלא אלס פרעזידענט. היינט איז דרום אפריקע א דעמאקראטיע מיט גלייכע רעכטן פאר אלע נאציאנען.

בעפאר די קאלאניזאציע[עריכת קוד מקור | עריכה]

פערהיסטאריע[עריכת קוד מקור | עריכה]

די מענטשליכע לעבנשאפט אין דרום אפריקע פארן אנקומען פון די מאדערנע מענטשן, איז איינגעהילט אין פארהעלטעניס. א וויכטיגער ארכיאלאגישער אנטפלעקונג פון 1998 אין סטארקפונטיין לעבן יאהאנסבורג באווייזט אז עס זענען געווען הומאנידן אין הייפעלד פאר וייניגסטנס 3 מיליאן יאר צוריק. פאר אומגעפער א מיליאן יאר איז אנגעקומען דער "הומא ארקטוס" וואס האט זיך פארשפרייט אסאך ווייטער פון אפריקע, ווייל איבעבלייבענישן פון איהם איז געפונען געווארן אויך אין אייראפע און אין אזיע. אומגעפער פאר 100,000 טויזנט יאר האט דער מאדערנער מענטש פארביטן די הומאנידן. כאטש אין דעם ענין זענען פאראן פארשידענע דעות צווישן די ארכיאלאגן, זענען אבער געטראפן געווארן באווייזן אויך מאדערנע מענטשן וואס האבן געלעבט אין דרום אפריקע פאר העכער 90,000 יאר צוריק.

די ערשטע מאדערנע מענטשן וואס האבן געמופט צום געגנט דרום אפריקע זענען פארשיינליך די בושמאנען, לעקטישע פאנגערס און וואנדערערס. צוליב זייער לעבנס שטייגער האבן זיי נישט איבערגעלאזט קיין סאך ארכיאלאגישע באווייזן אויף זייער פריהע קולטור, אויסן א סעריע פון ערליכע שטיין-מאלערייען. פרובונגען צו כראנאלירן די באווייזן מיט די הילף פון "Radiocarbon dating" באווייזן אז די בושמענער אפשטאמיגע האבן געלעבט אין דעם געגנט פאר צווישן 40,000-25,000 יאר צוריק. קליינע צאלן פון בושמענער לעבן נאך היינט אין דרום אפריקע, אזוי אז זייער קולטור איז פון די עלסטע אין די היינטיגע וועלט, צוזאמען מיט די קולטור פון די אוסטראליער אבורג'ינען.

פאר אומגעפער 2,500 יאר האבן עטליכע גרופעס פון בושמענער זיך איינגעקויפט שטוביגע בעלי חיים פון צפון'דיגערע געגנטער. דאס פאנגען איז פארביטן געווארן מיט פאשען, אלס די עיקר'דיגע פינאנץ טעטיגקייט, קליינע סטאדעס רינדער. די בושמענער האבן אנגעהויבן וואנדערן צו דרום זייט, ביז זיי זענען אנגעקומען צו דעם פלאץ וואס איז באוואסט היינט אלס דער האפענונגס לעפל.

דער צושפרייטונג פון בענטוה[עריכת קוד מקור | עריכה]

אומגעפער אין די צייט האבן אויך בענטוה רעדנדיגע פעלקער אנגעהויבן אנקומען קיין דרום אפריקע. זיי, וואס זענען געווען פון די ניג'ער דאלטא אין מערב אפריקע, האבן אנגעהויבן וואנדערן צו דרום און מזרח אומגעפער 1000 יאר פאר די ציילונג פון דעם גרעגאריאנישער קאלענדער, און זיי זענען אנגעקומען אין דעם געגנט וואס הייסט היינט קוואזולו-נאטאל אין 500. די בענטוה רעדעוודיגע האבן זיך נישט באשעפטיגט נאר מיט האדעווען שטוביגע בעלי חיים, נאר אויך מיט לאנדווירטשאפט ווי באארבעטן ווייץ פעלדער און נאך געוואוקסן. זיי האבן זיך אויך האנוצט מיט אייזן און געוואוינט אין דערפער. די בענטוה שבטים זענען אנגעקומען טיילווייז און נישט אויף איינמאל.

די בענטוה און די חויסאן האבן זיך אויסגעמישט, ווי מען קען זעהן פון וואנט מאלערייען וואס ווייזן די פארבינדונגען צווישן די צוויי גרופעס. וויאזוי זיי זענען געווען פארבינדן איז נישט באקאנט, כאטש עס איז דא לינגוויסטישע באווייזן אויף א אויסמיש צווישן די שפראכן, דען עס איז דא געוויסע קלאנגען פון די בענטואישע שפראכן (בעיקר אין די שפראכן קוזא און איסיזאלא), וואס שטאמען פון די חויסאנישע שפראכן. ווי אויך זענען פארהאן פילע זאכן וואס איז געטראפן געווארן אין ערטער וואס איז באוואוינט געווען מיט בענטוה, און זיי באלאנגען צו די חויסאן.

קאלאניזאציע[עריכת קוד מקור | עריכה]

אייראפעאישע מסעות[עריכת קוד מקור | עריכה]

נאר אביסל איז באוואסט אויף דרום אפריקע אין די צייט וואס די ערשטע אייראפעער זענען אהין אנגעקומען. די ערשטע אייראפעער וואס זענען אנגעקומען אהין, זענען געווען פורטוגעזער, וואס האבן געצויגן צו דרום אפריקע מיטן ציהל צו טרעפן א וועג אים ים צו אינדיע און אזיע, כדי איבערצובייטן די וועגן אויף די טרוקעניש דוך צענטראל אזיע, וואס האבן געקאסט זייער טייער. אין 1487 איז בארטולומיא דיאש און א קליין גרופע פון זיינע מענטשן אריבער א שטורעמדיגער לעפל פון שטיין, און האבן איהם אנגערופן די גוטע האפענונגס לעפל (Cabo da Boa Esperança אין פארטוגעזיש). נאך צוועלעוו יאר איז אנגעקומען וואסקא דע גאמא אין זעלבן פלאץ, און שפעטער איז ער ווייטער געפארן אין ריכטונג פון צפון מזרח, ארויפגייענדיג דעם אינדישן אקעאן. אויפן וועג צו אינדיע האט ער זיך אפגעשטעלט ביים פארט און ער האט געפארשט נישט באקאנטע טיילן פון מזרח אפריקע אין דעם געגנט וואו עס איז היינט מוזאמביק.

כאטש די פארטוגעזער האבן זיך גרויס געהאלטן מיט זייער 'איינעמען' דעם לעפל, האבן זיי נישט געהאט קיין אינטערעס צו זיך באזעצן דארט. דער שווערער קלימאט און דער שטיינערנער ליין פון פארט איז געווען מסוכן פאר זייערע שיפן, און אסאך פון זייערע פרובונגען צו האנדלען מיט די ארטיגע כויכוי אפשטאמיגע, האבן זיך געענדיגט מיט קריגערייען. דער מוזאמביק פארט איז געווען בעסער פאר זיי, מיט באקוועמע גאלפן צו ניצן אלס סטאנציעס. ווי אויך איז דארטן געווען נאנט צו די פלעצער וואו עס איז געווען גאלד, מער אינעווייניג לאנד.

די פארטוגעזער האבן נישט געהאט קיין סאך ווער עס זאל קאנקורירן מיט זיי, ביז די ענדע פון דעם זעכצנטן יאר-הונדערט, דעמאלטס האבן די ענגלענדער און האלענדער אנגעהויבן קאנקורירן מיט זיי אויף די האנדלס וועגן צום מזרח, און די שיפן באוועגונג ארום דעם לעפל איז געשטיגן, און ער איז געווארן א קבוע'דיגע סטאנציע פאר קראנקע און אויסגעמוטשעטע פארער. אין 1647 איז דערטרונקען גאווארן א הלענדישע שיף אין "טיש גאלף", וואס געפונט זיך צופוסנס פון טיש בארג אין פארט פון קייפטאון. די געראטעוועטע מאנטשאפט, וואס זענען געווען די ערשטע אייראפעער וואס האבן פרובירט זיך צו באזעצן אין געגנט, האבן געבויעט א פעסטונג און געוואוינט אינעם א יאר צייט, ביז מען איז זיי געקומען צו הילף און זיי גענומען צוריק צו אייראפע. א קורצע צייט דערנאך האט די מזרח אינדיש-האלענדישע פירמע באשטימט צו אויפשטעלן דארטן א קבוע'דיגע באוואוינונגס ארט. די פירמע, וואס איז געווען פון די גרעסטע אייראפעאישע פירמעס וואס האבן געהאנדלט מיט אינדיע און מזרח, האט נישט געציהלט בכלל צו באזעצן דעם געגנט, נאר צו אויפשטעלן א פארזיכערטער באזע וואו די שיפן וואס פארן אריבער זאלן קענען באקומען פרישע באשטייערונג ווי פלייש, פרוכט און גרינס. צו אויספירן דעם ציהל איז געשיקט געווארן א דעלעגאציע פון די פירמע, אונטער די פירערשאפט פון יאן ווען ריבעק, וואס איז אנגעקומען צו דעם "טיש גאלף" אין 6 אין אפריל 1652.

האלענדישע באזעצונג[עריכת קוד מקור | עריכה]

די האלענדישע באזעצונג האט זיך אנגעטראפן אין שוועריגקייטן אין טרעפן גוטע שכנות און האנדל באציאונגען מיט די ארטיגע כויכוי אפשטאמיגע, באציאונגען וואס איז געווען נויטיג צו קענען ערפילן איר ציהל אלץ א באזארגונגס סטאנציע. די נייע מענטשן האבן שווער געקענט טרעפן ווער עס זאל זיך באשעפטיגן מיט לאנדווירטשאפט, וואס איז געווען נויטיג צו טוהן. כדי צו לייזן דעם פראבלעם איז באשטימט געווארן צו באפרייען א קליין צאל האלענדער פון זייערע קאנטראקטן כדי זיי זאלן אויפשטעלן אייגענע לאנדווירטשאפט, און פארקויפן פון זייערע געוואוקסן פאר די פירמע. עס האט זייער גוט געארבעט, און די יעניגע האלענדער האבן געברענגט גענוג פרוכט, גרינס, ווייץ און וויין, און שפעטער אויך בעלי חיים. די קליין גרופע פון פרייע האלענדער וואס לאנדווירטשאפטן איז אלץ גשטיגן און גרעסער געווארן, און זייערע באדנס האבן זיך ביסלעכווייז אויבגעברייטערט צו צפון און מזרח אין די כויכוי אפשטאמיגעס באדנס.

אמערסטנס פון די באדנס-באזיצערס זענען געווען פון האלענדישן אפשטאם און געהערט צו די האלענדישע קלעוויניסטישע קירכע, אבער ס'איז געווען צווישן זיי אסאך דייטשן. אין 1688 האבן זיך צוגעטשעפעט צו די האלענדער און די דייטשן פראנצויזישע הוגאנוטן, וועלכע זענען אויך געווען קלעוועניסטן וואס זענען אנטלאפן פון רליגיעזע רדיפות אין די קאטוילישע פראנקרייך, אונטער לואי דער פערצנטער.

אין צוגאב צו דעם אויפשטעלן א סיסטעם פון פרייע באדנס-באזיצערס, האבן וואן ריבעק און די מזרח אינדיש-האלענדישע פירמע אנגעהויבן טראנספארטירן א גרויסע צאל קנעכט, הויפטזעכליך פון מאדאגסקאר און אינדאנעזיע. די טעכטער פון די קנעכט האבן צומאל געהייראט מיט די האלענדישע איינוואינערס, אדער זענען דורך זיי אויסגעניצט געווארן אויף סעקס, און זייערע קינדער זענען באוואוסט געווארן אלס ציוואוינער. מיט די הילף פון די צוגעקומענע קנעכט זענען אויסגעברייטערט געווארן די געגנטער וואס זענען געהאלטן געווארן ביי די פירמע צו צפון און מזרח, דארטן איז נאטירליך פארגעקומען קאנפליקטן מיט די כויכוי אפשטאמיגע. די כויכוי זענען פארטריבן געווארן פון זייערע באדנס, זענען געשטארבן פון קראנקהייטן וואס די אייראפעער האבן מיטגעברענגט מיט זיך אדער זענען דערשאסן געווארן מיט הייס געווער פון די אייראפעער ווען זיי האבן פראבירט מלחמה האלטן מיט זיי. זיי האבן פראבירט קעמפפן מיט די אייראפעער אין עטליכע גרויסע קריגן און מיט גערילע, פרובן וואס האבן זיך געצויגן ביז דעם ניינצנטן יאר-הונדערט. אין מערסטנס פעלער האבן די וואס האבן נישט געהאט קיין אויסוואל געמוזט ארבעטן פאר די אייראפעער אונטער פארשידענע קאנטראקטן וואס זענען נישט געווען קיין סאך אנדערש פון קנעכטשאפט. מיט די צייט האבן זיך די כויכוי, די אייראפעער און די טראנבפארטירטע קנעכט זיך אויסגעמישט און געהייראט איינער מיטן אנדערן, און זייערע אייניקלעך זענען די היינטיגע ציוואוינער.

צווישן די מערסטנס באוואוסטע כויכוי גרופעס, זענען געווען די געריקא אפשטאמיגע, וואס האבן אנהייב געוואוינט לענגאויס דעם מערב פארט צווישן סענט העלענע גאלף און די סעדערבערג. ביים ענדע פון אכטצנטן יאר-הונדערט האבן זיי מצליח געווען צו שאפן שיסערס און פערד און זיי האבן זיך פאראויסגערוקט קיין צפון-מזרח. אויפן וועג האבן זיך צו זיי צוגעטשעפעט גרופעס פון כויכוי, ציוואוינער און אפילו ווייסע, און ביז א קורצע צייט זענען זיי באוואסט געווארן פאר א שטארקע מיליטערישע קראפט. ביים ענדע זענען זיי אנגעקומען צו די אויבערלאנד פון דעם קימבערלי געגנט, דארטן האבן זיי איינגענומען א טעריטאריע וואס איז באוואוסט געווארן אלס גריקלאנד.

די בורן ווערן א פאלק[עריכת קוד מקור | עריכה]

מיטן זיך פארשפרייטן פון די לאנד-באזיצערס צו ווייטערע געגנטער אין צפון און מזרח, האבן אסאך פון זיי אנגעהויבן זיך איינפירן אין א האלב-נע ונד לעבן, אין א געעויסע מאס ענדליך צו די כויכוי וואס זיי האבן געטוישט. אין צוגאב צו סטאדעס, האט יעדע פאמיליע געהאט בדרך כלל א וואגן, א געצעלט א תנ"ך און אפאר שיסערס. נאכדעם וואס זיי האבן זיך באזעצט האבן זיי געבויעט א שטיבל פון ציגל פון באץ, וואס זענען צומאל געווען ווייט א וועג פון עטליכע טעג פון דעם נאנסטן אייראפעער. דאס זענען געווען די ערשטע "טרעקבור" (trekboer - ואאנדערדיגע דארפסלייט, א נאמען וואס איז שפעטער פארקירצט געווארן צו "בורן"), אפגעזונדערטע, אינגאנצן זעלבסטשטענדיג פון א אפיציעלע רעגירונג און האבן באוויזן שטוינענדע קענטעניסן זיך אליין צו באזארגן זייערע באדערפענישן. זייער שטרענגער לעבנסוועג, האט געשאפן שטאלצע אינדיווידועלן, וואס האבן נאטירליך געקענט די נאטור און וואס האבן אוועקגעשטעלט זייער לעבן אויף זייער הויפט וועג ווייזער, דער תנ"ך. דער דייטש און פראנצויז איז פארגעסן געווארן, און זיי האבן זיך ציוויליזירט אלס א נייער פאלק מיט א אייגענעם קולטור; א פאלק וואס איז דורכגענומען מיט א שטארקע גלויבונג אין גאט און אין תנ"ך, וואס האט זיך געזעהן איינגעווארצלט אין די אפריקאנער פלאכלאנד.

בריטישע באזעצונג[עריכת קוד מקור | עריכה]

מיטן ענדע פון אכצנטן יאר-הונדערט האט דער האלענדישער קראפט אנגעהויבן אויסגיין, און בריטאניע איז געקומען אויף איר פלאץ. די בריטען האבן געכאפט דעם לעפל כדי עס זאל נישט אריינפאלן צו פראנצויזישע הענט, האבן עס צוריק געגעבן אויף א קורצע צייט צו די האלענדער, איידער זיי האבן שליסליך גענומען דעם געגנט פאר זיך אין 1814.

אין יענע תקופה זענען געווען אין די קאלאניע 25,000 קנעכט, 20,000 ווייסע איינוואינער, 15,000 חויסאן אפשטאמיגע און 1,000 שווארצע באפרייטע קנעכט. די קראפט איז געווען אין די ווייסע עליטע אין קייפטאון, און דער פונאדערשיידן צווישן מענטשן לויט זייער אפשטאם איז געווען טיף איינגעווארצלט. אינדרויסן פון קייפטאון און ארום איר האבן ווייסע און שווארצע וואנדערער באזעצט דעם לאנד.

אזויווי די האלענדער האבן די בריטען נישט דעטראפן א אינטערעס אין די לעפל-קאלאניע אויסער דעם אסטרעטעגישן פארט. איינע פון זייערע ערשטע פליכטן איז געווען צו שליסן א ויכוח צווישן די בורן און דעם קאזא שבט וועגן גרעניצן, ביים מזרח גרעניץ פון די קאלאניע. אין 1820 זענען ארום 5,000 בריטישע לייט פון דעם מיטל-שטאנד, בעיקר סוחרים און ביזנעס-לייט, איבערגערעדט געווארן אפצולאזן בריטאניע און זיך באזעצן אויף שטחים וואס האבן זיך געפונען צווישן די בורן און קאזא כדי צו אפטיילן צווישן זיי. דער פלאן האט זיך נישט איינגעגעבן, און ביז 1823 האבן זיך שוין כמעט העלפט פון די נייע באזעצער זיך אריבערגעצויגן צו די שטעט, בעיקר צו גרהמסטאון און אליזאבעט פארט. כאטש די נייע באזיצערס האבן נישט געהאלפן צו ענדיגן דעם גרעניץ-מחלוקת, האט אבער דער צוגאב פון די בריטען געשטארקט די בריטישע גרופע און אזוי געשפאלטן די ביזיעצטיגע רעלאטיווע פאראיינגקייט פון ווייס-דרום-אפריקה. ביז דעמאלטס האבן די בורן און זייערע רעיונות נישט געהאט ווער עס זאל זיך מיט זיי פארמעסטן, אבער יעצט איז געשאפן דעווארן צוויי גרופעס מיט זייער אייגן שפראך און קולטור. עס איז איינגעשטאנען א סיטואציע אז די בריטען זענען געווען שטאטישע און געוועלטיגט אין די פאליטיק, אין דעם האנדל, און אין די מינעס; און די בורן, וועלכע זענען געווען שוואכער געבילדעט, זענען געווען באשראנקען צו זייערע באדנס.

דער צווישנהייט צווישן די בריטען און די בורן האט זיך נאכמער פארברייטערט מיטן אפשאפן די קנעכטשאפט אין בריטאניע און אירע קאלאניעס אין 1833, א שריט וואס איז אין די אויגן פון די בורן געווען קעגנזייטיג צו "דעם געטליכן סדר צווישן די שטאמען". אבער די קאנסערוואטיזם פון די בריטישע באזיצער און די דערהויבנקייט פון זייער אפשטאם וואס זיי האבן געשפירט, האט אפגעהאלטן א ראדיקלער רפארם, און אין 1841 איז אריבער א געזעץ וואס האט פאראייביגט דאס געוועלטיגונג פון די ווייסע אין די קאלאניע. דערווייל איז שטארק געוואקסן דער צאל פון די בריטען אין קייפטאון, און אזוי אויך אין דעם מזרח-געגנט פון די קאלאניע (היינט צוטאגס מזרח קייפ), אין נאטאל און נאכן טרעפן גאלד און בריליאנטן אויך אין טיילן פון טראנסוואל, בעיקר ארום די היינטיגע חאוטאנג.

מלחמות און פארשפרייטונג[עריכת קוד מקור | עריכה]

דיאפקאן און פארטיליגונג[עריכת קוד מקור | עריכה]

אין ליכט פון די אייראפעאישע אימיגירונגען איז אנגעקומען א תקופה פון גרויס לייד פאר די אפריקאנער פעלקער אין דעם אומגעגנט. די תקופה איז באוואוסט אלץ "דיאפקאן" ("באצוואונגענע אימגירונג") אין די סוטו שפראך, און אלץ "מאפקאן" אין די זולו שפראך.

עס איז פארהאן א ויכוח צווישן די פארשער ווען און וואס איז געווען דער אנהייב פו דעם דיאפקאן, אבער עס שטעלן זיך ארויס עטליכע פאסירונגען. איינס פון די חשוב'ע צווישן זיי איז דער אויפגיין פון די מעכטיגע זולו מלוכה. אין אנהייב פון דעם נייצנטן יאר-הונדערט האבן די נגוני שבטים אין נאטאל וואס זענען געווען א גרופע עקסטערע מלוכות זיך אנגעהויבן צוזאמנעמען צו איין מיליטאריסטישע און צענטראלע שטאַט. דער פירער צו דעם ענדערונג איז געווען שאקא זולו דער זוהן פון דעם פירער פון דעם קליינעם זולו שבט. שאקא וואס איז אין אנהויב געווען מנודה און דערווייטערט, האט זיך אויפגעוויזן אין פראנט אלץ א געשעצטער מיליטערמאן און ארמיי-פירער און האט מצליח געווען צו צוזאמשטעלן א מעכטיגקייט אין זיינע הענט. ער האט צוזאמענגעשטעלט גרויסע ארמייען, און ער האט צוטרייסלט די אור-אלטע אנגענומענע רעיונות מיט דעם וואס ער האט אווקגעשטעלט אלץ הויפטן פון די אמייען זיינע אפיצירן אנשטאט די הויפטן פון די שבטים. נאכדעם האט אנגעהויבן א מערכה פון אקופירן און טעראר: די וואס זענען איהם געשטאנען אין וועג זענען פארקויפט געווארן פאר קנעכט אדער ערמארדעט געווארן. אפילו זיינע "אימפיס" (מיליטערישע קארפוסן) זענען געווען אונטערגעווארפן אונטער ענדליכע געזעצן: פארלירן אין פראנט האט געמיינט טויט.

נאטירליך זענען די שבטים וואס זענען געווען אין וועג פון דעם מיליטער פון שאקא אנטלאפן, און נאכדעם זענען זיי געווארן אפענסיוו כלפי זייערע שכנים. דער כוואליע פון טעראר און די וואנדערונגען האבן זיך צושפרייט אין גאנץ דרום אפריקע, און אויך ארום איר, און האט געזייט טויט און חורבן. דאס האט אויך צוגעאיילט דאס שאפן עטליכע אטאנאמיעס וואס די באוואוססטע צווישן זיי זענען סותו (היינט לסותו) און סוואזי (היינט סוואזילאנד).

אין 1828 איז שאקא גע'הרג'עט געווארן דורך זיינע האלבע ברודערס, דינגען און אומטלאנדא. דינגען, מיטן שוואכערן כאראקטער, איז געווארן א קייסער און האט דערצירנדט די מיליטערישע דיסציפלין אנגייענדיג מיט זיין דיקטאטור. דינגען האט אויך פרובירט איינשטעלן באציאונגען מיט בריטישע סוחרים אויפן נאטאל פארט, אבער דער לויף פון די פאסירונגען האט ענדליך געברענגט צום ענדע פון די זולו'ס זעלבסטשטענדיגקייט.

דער גרויסער טרעק[עריכת קוד מקור | עריכה]